נוסח עברי [תרגום]שְׂרֵפָה, אַחִים, שְׂרֵפָה!עֲיָרָתֵנוּ בּוֹעֲרָה כֻּלָּהּ,בָּה רוּחוֹת שְׁחֹרוֹת יִסְעָרוּ,לַהֲבוֹת חֻרְבָּן יִבְעָרוּ,עִקְּבוֹתֶיהָ לֹא נִשְׁאָרוּ,הִיא עוֹלָה בָּאֵשׁ.וְאַתֶּם חוֹבְקִים יָדַיִםבְּלִי הוֹשִׁיט עֶזְרָה,בְּלִי כַּבּוֹת אֶת אֵשׁ הַלַּהַב,אֵשׁ הָעֲיָרָה.שְׂרֵפָה, אַחִים, שְׂרֵפָה!קְרוֹבָה, חַס וְחָלִילָה, הַשָּׁעָה,כִּי הַלְּהָבוֹת יַתְמִידוּ,אֶת כֻּלָּנוּ פֹּה יַשְׁמִידוּ,רַק שְׂרִידֵי קִירוֹת יָעִידוּמַה שֶּׁפֹּה הָיָה.וְאַתֶּם חוֹבְקִים יָדַיִםבְּלִי הוֹשִׁיט עֶזְרָה,בְּלִי כַּבּוֹת אֶת אֵשׁ הַלַּהַב,אֵשׁ הָעֲיָרָה.שְׂרֵפָה, אַחִים, שְׂרֵפָה!רַק בְּיַדְכֶם בִּלְבַד הִיא הָעֶזְרָה.חִישׁ הוֹשִׁיטוּ יָד אוֹהֶבֶתוְהַצִּילוּ מֵהַמָּוֶת,בְּדַמְכֶם כַּבּוּ שַׁלְהֶבֶת,חִישׁ כַּבּוּ בְּדָם.מֵרָחוֹק אַל תַּעֲמֹדוּ,כִּי הָאֵשׁ עוֹלָה.אַל נָא תְּחַבְּקוּ יָדַיִם,הַשְּׂרֵפָה גְּדוֹלָה!נוסח יידי [מקור]ס'ברענט, ברידער, עס ברענטאוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,בייזע ווינטן מיט ירגזון,רײַסן ברעכן און צעבלאָזןשטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמעןאַלץ אַרום שוין ברענט!און איר שטייט און קוקט אזוי זיך,מיט פֿאַרלייגטע הענטאון איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,אונדזער שטעטל ברענט.ס'ברענט, ברידעלעך, ס'ברענט,אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,ס'האָבן שוין די פֿײַער צונגען,ס'גאַנצע שטעטל אײַנגעשלונגען,און די בייזע ווינטן הודזשען,ס'גאַנצע שטעטל ברענט!און איר שטייט און קוקט אזוי זיך,מיט פֿאַרלייגטע הענטאון איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,אונדזער שטעטל ברענט.ס'ברענט, ברידעלעך, ס'ברענטאוי ס'קען חלילה קומען דער מאָמענטאונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען,זאָל אַוועק אין אַש און פֿלאַמען,בלײַבן זאָל ווי נאָך אַ שלאַכט,נאָר פוסטע שוואַרצע ווענט.און איר שטייט און קוקט אזוי זיך,מיט פֿאַרלייגטע הענטאון איר שטייט און קוקט אַזוי זיך,אונדזער שטעטל ברענט.ס' ברענט, ברידעלעך, ס'ברענט.די הילף איז נאָר אין אײַך אַליין געווענדעט,אויב דאָס שטעטל איז אײַך טײַערנעמט די כלים לעשט דאָס פֿײַער,לעשט מיט אַײַער אייגן בלוט,באַווײַסט אַז איר דאָס קענט.שטייט נישט, ברידער, אָט אַזוי זיך,מיט פֿארלייגטע הענט!שטייט נישט ברידער, לעשט דאָס פֿײַער,אונדזער שטעטל ברענט!
|